מצגת של איחוד מוסדות גור על חסידות גור
גראמען מרגש של חסיד המגיע נסיעה לרבו: מחשבות והרהורים צצים במוחו של חסיד מפריז המגיע 'נסיעה' לירושלים, ואס איז דער סוד? (ניגון: א שיינע חלום, נישט גע'דאגה'ט יודען) א. א שיינע מראה, א גיוואלדיגע זכיה, אין ביהמ"ד אין ירושלים, בין איך א "נסיעה", טויזענטער בחורים יונגעלייט, בני עליה, לערנען תורה בהתמדה וביגיעה, אוי! ס'ציהט דאך די נשמה, ס'איז דאך אזוי משפיע, דא זעה איך אין דער ווינקעלע, א קליין בחור געבויגן, מאכט אן הכנה לתפילה, מיט טרערן אין די אויגן. און פלוצלינג זעה איך דארט אין דרום, א "תור" א לאנגע, זקנים ונערים, א חלק מיט תהלים'לך באדעקט-פארמאכט, אנדערע מיט חשבון הנפש פארטראכט, בדחילו ורחימו, גייען זיי נעמן "שלום" בקודש פנימה, ארויס - גייען זיי אנדערש אינגאנצן, פוהל גליק - די אויגן גלאנצן, אוי! וואס איז דער סוד? וואס איז דער יסוד? אין "פאריז", בין איך שוין יאהרן לאנג, אזוי פוהל מענטשען, מיט גאהר אן אנדערע געדאנק, די גאנצע קאפ - נאר "ביזנעס" און געלט, ווילען איין נעמען דאס גאנצע וועלט, מ'האלט אין איין לויפן, האנדלען און פארקויפן, און דא זעה איך די "יתרון האור מן החושך", וואס איז דא אזוי מושך, אוי! וואס איז דער סוד? וואס איז דער יסוד? פזמון: גור! גור! גור! די שלהבת דער פלאם פייער, ווערט מער און מער, אין לשער ואין לתאר, די הייליגע אור / מדור לדור, גייט ווייטער די זעלבע גענוי, די מדרגות די נוסחא / ווי אין קאצק און פשיסחא, תורה וקדושה נאר. גור! גור! גור! אין יעדער מצב אין יעדער ארט, ביי א שמחה און ווען ז'איז שווער, אוי! דאס הארץ איז אלעמאהל דארט, פון די נאהנט און פון די ווייט / יעדער פראוואט, מיר האבען אלע איין טאטע'ן, טאג און נאכט / נאר פון אונז מ'טראכט, זכות אבותן מסייעתן. ב. איך דריי מיך ארום, מיין הארץ קלאפט, איך זעה א יונגערמאן, א פלאץ צום טיש ער כאפט, איך דערמאן זעך בזכרון, די שיינע זיסע פויליש'ע יאהרן, ווי מיט מיין טאטע, צום רבי'ו בין איך געפאהרן, טויזענטע חסידים אין ביהמ"ד, שעות זיך געשטופט מיט גליק, דעם רבינ'ס הייליגע צורה, אוי!חאטשיק געבן א בליק, בעירום ובחוסר, פאהרן פוהלע "קולייקע'ס", מ'טאנצט, מ'זינגט, "יאדו חסידים" בדביקות, מ'רוקט זיך נישט אהן דעם הייליגען "שפת אמת", "ואמונתו לעד קיימת", ווי ער מאהנט, ער איז דורש, מקשר זיין אלעס צום שורש, "מסירות נפש", איז גיוועהן דאס גאנצע לעבן, פאר די גערע יסוד, האט דער חי' הרי"ם - דער ערשטע רבי'ן, אוי! 13 קינדער אוועק געגעבן. "וצדקתו לבני בנים" די זכות איז תמיד מלווה, דורות געבונדען אין די שושילתא דדהבא, חסידים מקושר, בדרכי אבות, אפילו דארט אין לאגער'ס, בגיא צלמות, "מסרו נפשם על קדושת ה', בחייהם ובמותם!", וויר דער בעלזע'ר רב האט געזאגט: "בחורים יראים", גערער רבי! אייערע בחורים "קידשו שם שמיים", אוי! וואס איז דער סוד? וואס איז דער יסוד? פזמון: גור! גור! גור! די שלהבת דער פלאם פייער, ווערט מער און מער, אין לשער ואין לתאר, די הייליגע אור / מדור לדור, גייט ווייטער די זעלבע גענוי, די מדרגות די נוסחא / ווי אין קאצק און פשיסחא, תורה וקדושה נאר. גור! גור! גור! אין יעדער מצב אין יעדער ארט, ביי א שמחה און ווען ז'איז שווער, אוי! דאס הארץ איז אלעמאהל דארט, פון די נאהנט און פון די ווייט / יעדער פראוואט, מיר האבען אלע איין טאטע'ן, טאג און נאכט / נאר פון אונז מ'טראכט, זכות אבותן מסייעתן. (ניגון: היה עם פיפיות תשל"ו, פאהל 4) ג. "איך גידענק" דערציילט א חסיד מיט די גאנצע נשמה, די ערשטע יאהרן דא, נאך'ן ביטערע מלחמה, הונדערטע קליינע יתומים, זיך געדרייט כאבן דומם, "והיה העולם שומם", עד שבא רבינו דער "בית ישראל" זכרונו לברכה, צוזאם גענומן אחד מעיר ושניים ממשפחה, אנגעהויבען אלעס "מבראשית", מחיה געווען עצמות יבשות, אראפ צו יעדען קינד'ס הרגשות. פון פארטאג'ס, שוין דריי א זייגער, מקרב געווען יעדן, לויט זיין מדריגה, דער גאנצער דור אויף זיך געטראגן, און אלעס וואס מ'טוט דא היינט פארמאגן, איז אלעס "בכוחו של אותו זקן". מ'געדענקט נאך, ווי דער "לב שמחה" איז תובע, געדענקען דעם אייבישטען - דעם "שם הויה", באהבתו ובחמלתו - מיט'ן גאנצען געפיהל, פארברייטערט די קדושה אהן קיין גבול. דער רבי דער "פני מנחם" - בקול חוצה להבות, אויסגערייניגט אלע מחשבות, זיינע זיסע תפילות, די ווארעמע טיש'ן, די מוסר ודברי כיבושין, ווי קען מען פארגעסען - בקדיש קדישין. (חוזר לניגון "א שיינע חלום") יונגעלייט! יונגעלייט! זאגט דער אלטער חסיד, ס'איז נישט קיין עבר, ס'איז א הווה, אויך א עתיד, אשוי ווי הונדערטער יאהרן צוריק, פונקטלעך, די אור ביילאכט אין אלע ווינקלעך, אין אזא פונסטרע דור במיוחד, א נס אז ס'איז דא אזא אימפריע דער גערער "איחוד", אשרי דער וואס האט א חלק, אין די ממלכת התורה והחינוך אזוי הייליג, יעצט פארשטיי איך שוין וואס איז דער סוד, דאס איז דער הייליגע יסוד.

ישראל אדלר "גראמען" בשמחת השבע ברכות לנכדת האדמו"ר מגור | Yisroel Adler - Ger Sheva Brachos 2022

חסידות/כת גור

מרן הגר"י זילברשטיין לתלמידות לרפואת חתנו הרב דב קוק: "המשימה; להוריד את השנאה שיש כלפי הציבור הדת".

גלויות מגלויות הודו בני ישראל

65 Year Old Carpenter's Genius Pallet Idea: Smart And Practical Interior Design

הכנסת ספר תורה פינסק קרלין נוה יעקב

מרן רשכבה"ג הגר"ח קניבסקי זצוק"ל עם תלמידו המבוהק רבינו רה"י הגרי"מ דרוק ומרן הגרי"מ זילבר, שיבלחט"א

ריקוד הקווקזים בחתונה חסידית

חנוכה אצל אדמו"רי גור לדורותיהם
![[בלעדי!!] הועידה ה9 של איחוד מוסדות גור - בשוויץ](https://i.ytimg.com/vi/wgTs413nyeM/hqdefault.jpg?sqp=-oaymwEjCNACELwBSFryq4qpAxUIARUAAAAAGAElAADIQj0AgKJDeAE=&rs=AOn4CLAGpCE6m-hIHAnY7mrKTWcwuo758Q)
[בלעדי!!] הועידה ה9 של איחוד מוסדות גור - בשוויץ

גילוי נדיר: מזכיר הרבי הרב בנימין קליין מספר על כ"ז אדר תשנ"ב

יהודה קונופניצקי יוצא בשאלה: מהחסידות אל החילוניות

Yisroel Adler - Amshinover Rebbe - Mitzvah Tantz | ישראל אדלר קריאת מצוה טאנץ אדמו"ר מאמשינוב שליט"א

התלוננה שבעלה פגע בה מינית - בחסידות גור הכריזו עליה מלחמה

הרב מאיר אליהו | ״הרב, נמאס לי מהחיים״ | משכן יהודה - ה׳תשפ״ו

My Golden Retriever Heals a Terrified Rescue Kitten in Just 3 Meetings!

"שמחה של תורה" • ריקודי סיום הש"ס העולמי תש"פ

כ"ק האדמו"ר מגור בביקור אצל כ"ק האדמו"ר מליובאוויטש זיע"א (חלק 2)

ל"ג בעומר ביי הרה''ק רבי שמעון מלעלוב זצ"ל

