The Shpoler Zeida | Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] דער שפאלער זיידע | מיכאל שניצלער
The Shpoler Zeida | Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] דער שפאלער זיידע | מיכאל שניצלער די שיינע פראיעקטן וועלכע ווערן אהערגעשטעלט מיט פראכט און תוכן אין "מחנה חיים ושלום מונקאטש" זענען א נחת און אינספיראציע פאר טויזענטער עלטערן, זיידעס-באבעס, און פאר די קינדער וואס לייגן אריין זייער הארץ און געוואלדיגע כוחות, זיך מאכנדיג די בעסטע זיכרונות צו געדענקען אלעמאל. די הערליכע פראיעקטן זענען אבער אויך געווארן גאר פאפולער ביי די גאנצע גאס, ווען אידן לעכצן צו באקומען גריסן פון די לעבעדיגע זומער בערג, וואו די קינדער וויילן דורכאויס דעם זומער און די פארלאנגען פאר מער, שטייגן פון טאג צו טאג. ווי אין די לעצטע פיר זומערס האבן מיר אויך היי יאר אריינגעלייגט גרויסע כוחות, און די קינדער האבן פאכמאניש אויסגעשפילט דעם הערליכן נייעם ניגון דער שפאלער זיידע, פון די בארימטע אידישע אלבום 'לעבעדיגע ספר תורה' דורך דער בארימטער בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער שי'. אליינס א זיידע פון באליבטע קעמפערס אין אונזער מחנה. דער ניגון איז געווארן קאמפאזירט און געשריבן דורך הר"ר פנחס מרדכי וועבער שי'. דער פראיעקט ווערט פרעזענטירט צו אייך דורך דער המחנכים, הרב וועלוול שמעלצער שליט"א - דער ראש המדריכים, און ר' בעריש ווייזער שליט"א - זיין סגן, וועלכע לייגן אריין אומבאשרייבליכע כוחות דורכאויס דעם גאנצן יאר און ספעציעל במשך זומער אויף די הצלחה פון די קעמפ און מאכן זיכער יעדער יונגל באזונדער זאל שיינען מיט צופרידנהייט. דער ניגון ווערט אויסגעשפילט און אהערגעשטעלט דורך די אויסגעצייכנטע קינדער פון כתה זין, און זייערע געטרייע מדריכים ר' יואל שווארטצי שליט"א און ר' אהרן יודא ווייזער שליט"א. א ספעציעלן דאנק צו ר' ארון ליב לענעראוויטש שליט"א, ר' אלימלך ליכטנשטיין שליט"א און צו אלע טאלאנטפולע מדריכים אין מחנה חיים ושלום מונקאטש. קוקט און האט הנאה! קרעדיטס קאמפאזיציע און גראמען: פנחס מרדכי (פינקי) וועבער געזינגען דורך: מיכאל שניצלער, אין זיין לעצטיגע אלבוים 'לעבעדיגע ספר תורה'. Follow Power On Studios https://instagram.com/poweronstudios?... Follow, The Yiddishe Vinkel platform YouTube: / yiddishevinkel Instagram: / yiddishevinkel Telegram: T.me/YiddisheVinkel Twitter: / yiddishervinkel WhatsApp: https://wa.me/18455792405?text=%20Join
![Mendy Sendy Candy - Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] | Mendy Sendy Candy - Michoel Schnitzler](https://i.ytimg.com/vi/M62lQk8xdj0/hqdefault.jpg?sqp=-oaymwEjCNACELwBSFryq4qpAxUIARUAAAAAGAElAADIQj0AgKJDeAE=&rs=AOn4CLAlSu46T7-tZ3BOMxKDaXSeB4icGA)
Mendy Sendy Candy - Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] | Mendy Sendy Candy - Michoel Schnitzler

קינדער אין ביזנעס - מונקאטש קעמפ עקספא
![The Last Dechenen, Michoel Shnitzler [Munkatch Camp] | דאס לעצטע דוכנ'ען, מיכאל שניצלער](https://i.ytimg.com/vi/Z9tjW34vfeg/hqdefault.jpg?sqp=-oaymwEjCNACELwBSFryq4qpAxUIARUAAAAAGAElAADIQj0AgKJDeAE=&rs=AOn4CLBFQa1f6owvb4-Gi9x4fjAPlh916Q)
The Last Dechenen, Michoel Shnitzler [Munkatch Camp] | דאס לעצטע דוכנ'ען, מיכאל שניצלער

The Fiery Decree | די שארפע גזירה

HYPE Avrumi Rosenfeld Ft Sruly Green x Pini Einhorn x Yedidim | פיני איינהורן, שרולי גרין

LANGSAM-FELDMAN-RCCS-2024

Michoel Schnitzler~Matzah In Oiven-Sand Artמיכאל שניצלער-מצה אין אויוון-ציור חול אהרן זאב ברנשטיין

Wedding Of Lipa Schmeltzer’s Oldest Son - Second Dance | חתונת בנו בכורו של הזמר ליפא שמלצר

Go Fund Me - איך בין נישט קיין ראזשינקע
![Beiglech - Michoel Schnitzler - Lipa Shmeltzer [Munkatch Camp] בייגעלעך - מיכאל שניצלער - ליפא שמלצר](https://i.ytimg.com/vi/VtaK2V7Qglk/hqdefault.jpg?sqp=-oaymwEjCNACELwBSFryq4qpAxUIARUAAAAAGAElAADIQj0AgKJDeAE=&rs=AOn4CLBw9_T3XHzsMtrhxgOJSyf9SMNCyA)
Beiglech - Michoel Schnitzler - Lipa Shmeltzer [Munkatch Camp] בייגעלעך - מיכאל שניצלער - ליפא שמלצר

Michoel Schnitzler-Mien kind/מיין קינד Dedicated to Tzohar.

Chesed Williamsburg Appreciation Event Video | Abisel Chesed | דסח

Caught in the Middle — The Tale of one Innocent Child - Langsam & Feldman

With Mendy - Munkatch kids camp business expo - מונקאטש קעמפ עקספא

Michoel Schnitzler~Dos Letzta Dichenen. דאס לעצטע דוכענען ~ מיכאל שניצלער

זכנו - זאנוויל וינברגר, ילד הפלא בנצי קלצקין, מקהלת מלכות, קול הנערים, הרשי סגל | Malchus Choir

אלקא דמאיר עננו - מיכאל שניצלער | Eluku D'meir Aneini - Michoel Schnitzler

Shmueli Ungar - Mach A Bracha! - שמילי אונגר - מאך א ברכה - The Music Video

