תורה'לה מלא טעם - מיכאל שניצלער - פרעזענטירט דורך בעלזא דעי קעמפ לעיקוואד כתה ח
מיכאל שניצלער סאלא/הארמאני: מאטי אילאוויטש סיפור: הרב יואל גאלד ביי זיך אינדערהיים אין זיין בנין מאכט יעדן שבת א מנין, פארלוירענע נשמות קומען זיך דארטן צוזאם זאלן זיי אויך שפירן א שבת'דיגן טעם אינאיינעם זמירות זינגט מען עד עלות השחר שפרינגט מען אבער שבת אינדערפרי קען מען דארט נישט דאווענען לכאורה ער האט נישט פון וואו צו שאפן א ספר תורה א קלאפ אויף זיין טיר איין טאג הערט ער איבערראשט אינגאנצן ווערט ער שטייט דארט א זקן מיט א ספר תורה אין זיין הענטעלע שטויביג און אלט, מיט אן אפגעריסענעם מענטעלע נאס פון טרערן זיינע אויגן שוין יארן אדורך געפלויגן געראטעוועט פון אוישוויץ, האב איך דעם תורה'לע מיין שוין יארן עס ליגט באהאלטן אין מיין שטוב אליין געווען בין איך אין ווארשע דער בעל קורא איין שבת ביי קריאת התורה די נאצישע רשעים, געשטורעמט די ביהמ"ד ווענט טאטעס מיט קינדער פאר א קרבן מוסף פארברענט איך בין ארויסגעלאפן מיט דעם ספר תורה אין מיין הענט. געהיטן אין די שווערסטע צייטן האבן מיר זיך איינער דעם צווייטן, נאכן באפרייאונג באהאלטן האב איך איר שטיל ס'האט דאך נעבעך געליטן אזוי פיל איך שפיר אבער אז דא ביי דיר באלאנגען זי וויל. וזאת וזאת התורה תורה'לע האב נישט קיין מורא די בעסטע פלאץ פאר דיר וועט דא זיין ליינען וועלן דיר נשמות וואס גייען אדורך מלחמות ענק וועלן זיך איינער דעם צווייטן זייער גוט פארשטיין מיט דיר וועלן זיי טאנצן מיט דיר וועלן זיי וויינען זאג זיי, מיין קינד, איך פארשטיי דיין געוויין, מ'האט מיך אויך פון מיין היים פארטריבן דאך קוק ווי שיין איך בין געבליבן און בלייבן וועל איך לעיני כל ישראל און אויב ס'שווער, בראשית, הייב אן נאכאמאל! נאכן דאווענען מ'טאנצט א רקידה זיך וואשן גייט יעדער צום סעודה, ער זעט ווי א קינד האט זיך אוועקגעריקט און גייט אריין אינעם צימער, דארטן וואו די תורה'לע ליגט נעבן ארון קודש שטייט ער מיט שטילע קולות שרייט ער זיך איינצוהאלטן האט ער נישט די כוחות ער פלאצט אויס אין א געוויין דארט ביים פרוכת. תורה דו פארשטייסט מיך מסתמא איך האב יונג פארלוירן מיין מאמע, גאנצעטע נעכט געיאמערט און געוויינט קיינער האט מיך נישט געעפנט, און מיך נישט געליינט צי זעסטו ווי באהאלטן איך בין, פארשטייסט דאך וואס דאס מיינט צי וועט מיך נאך איינער געפינען היילן מיינע טרערן וואס רינען הייליגער תורה, דיר מקנא איך בין ווי שיין מ'האט דיך צוריק אויפגעהויבן, און מ'האט דיך אינזין הלוואי וועל איך איין טאג שפירן דעם טעם דערפון. וזאת וזאת התורה נשמה'לע, האב נישט קיין מורא איך קוק אריין אין דיר, מיין טייער קינד דיינע ווערטער טו איך ליינען דיינע פרשיות מאכט מיר וויינען ווער נאך ווי איך פארשטיי דיינע פארבלוטיגטע טינט. אבער איך זאג דיר, אז: מיט דיר וועט מען נאך טאנצן ווייל דיינע אותיות גלאנצן יעדע אות פון דיר וועט מען פארשטיין קיין חילוק ווי דו ביסט פארטריבן מיט הייליגע טינט ביסטו פארשריבן און בלייבן וועסטו לעיני כל ישראל און אויב ס'שווער, בראשית, הייב אן נאכאמאל!

מיכאל שניצלער - אין א קליין געסעלע

קבלת פנים לאסיר עולם התורה חברון כנסת ישראל טבת תשפ"ו

Michoel Schnitzler~Matzah In Oiven-Sand Artמיכאל שניצלער-מצה אין אויוון-ציור חול אהרן זאב ברנשטיין

Beautiful chuppa Meir adler&Mliech Brunsteim& Yididim choir@Avrumi barko

א לחיים מיט א טעם - פרעזענטירט דורך מחנה בני צאנז כתה ח'

שערי דעת - בונים מחדש | סרט קמפיין

האם תלמידי ישיבה חייבים לצאת למלחמה?

At the studio - THE INTERVIEW

Unbelievable Smart Worker & Hilarious Fails | Construction Compilation #8 #adamrose #smartworkers

כולם משקרים, אז למי להצביע?

3 ילדים, שבוע שלם, בלי סמארטפון. איך זה נגמר? הניסוי שכל הורה צריך לראות

NERVOUS 12-Year-Old Who Can Sing Without Opening Her Mouth Earns Mel B's GOLDEN BUZZER!
![The Last Dechenen, Michoel Shnitzler [Munkatch Camp] | דאס לעצטע דוכנ'ען, מיכאל שניצלער](https://i.ytimg.com/vi/Z9tjW34vfeg/hq720.jpg?sqp=-oaymwEbCNAFEJQDSFryq4qpAw0IARUAAIhCGAG4AvcY&rs=AOn4CLDk28lgIAm7zF6wJO9jcxoHB9jZQQ&usqp=CCc)
The Last Dechenen, Michoel Shnitzler [Munkatch Camp] | דאס לעצטע דוכנ'ען, מיכאל שניצלער

אדמור מבוהוש רבי יצחק פרידמן זצ"ל בחג הסוכות - Bohusher Rebbe Reb. Yitzchok Friedman Zt"l Sukkos

I Visited the World's Most Hated Country

Rescuing an Injured Cardinal Family on a Quiet Roadside – A Video That Touches Your Heart

This is what life was like for a Jew in Germany | 1925–1932 | Before the Nazi dictatorship

מיכאל שניצלער 1

Michoel Schnitzler sings for the tosh rebbe.~מיכאל שניצלער א מצה אין אויבן אריין אצל האדמו"ר מטאהש

